Select Page

צושטרויבלט בין איך אינגאנצן
איך וואק אהין
איך וואק אהער
ארום און ארום
און דערנאך נאכאמאל
נישט איך וואק אויף די גראדע ווענט
נאר די גראדע ווענט וואקן אויף מיר
איך בין זייער פארנומען מיט טון גארנישט
און איך האלט מיך אין איין אפריען
ווייל עס נעמט אסאל כח צו גארנישט טון
אפילו די וועלט האט זיך טאקע אפגעשטעלט
ענדליך נאך אזוי לאנג ווארטן
נאך אלץ עפעס טרייבט מיך פון אינעווענדיג
צייט האט זיך טאקע אפגעשטעלט
אבער מיין מח נישט